Categories
Audio Sources - Full Text Articles

Tidbits: Sammy’s Romanian Steakhouse to re-open • A Jewish song circle in Michigan

Pastrami_Sandwich.jpg

Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!

If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.

Listen to the report here:

הערט דעם באַריכט אויף אוידיאָ דאָ:

https://forward.com/wp-content/uploads/2023/05/sammys.mp3

„סעמיס רומענישער רעסטאָראַן“ אויף דער ניו־יאָרקער איסט סײַד, וואָס האָט צוליב דער מגפֿה זיך געשלאָסן אין יאַנואַר 2021, גרייט זיך ווידער צו עפֿענען זײַנע טירן. דאָס מאָל וועט ער אָבער זײַן אויף אַ נײַעם אַדרעס: 191 אָרטשאַרד־סטריט.

„סעמיס“ איז באַרימט פֿאַרן סערווירן היימישע פֿליישיקע מאכלים וואָס ייִדן האָבן געגעסן אין דער אַלטער היים, כאָטש דער רעסטאָראַן אַליין איז נישט קיין כּשרער. צווישן די פּאָטראַוועס: געהאַקטע לעבער, קאַרנאַצעלעך און קאָרנברויט באַשמירט מיט שמאַלץ.

און אַוודאי אַ סך וואָדקע. נישט קיין חידוש וואָס מע פֿלעגט זאָגן וועגן „סעמיס“: „יעדע נאַכט איז דאָרט אַ בר־מיצווה“. דערווײַל האָבן די אייגנטימער סטען און דייוויד זימערמאַן זיך שוין געוואָנדן צו די שטאָטאינסטאַנצן צו באַקומען אַ משקה־ליצענץ.

צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.

To read the news in English, click here.

די ייִדיש־לערערין עלענאַ לוטשינאַ, וואָס אַרבעט איצט בײַם מישיגענער אוניווערסיטעט אין ען־אַרבאָר, פֿירט שוין דרײַ יאָר לאַנג אַ זינגקרײַז וואָס טרעפֿט זיך יעדע צוויי וואָכן.

בשעת דער מגפֿה האָט מען זיך געטראָפֿן אויף זום אָבער איצט טרעפֿט מען זיך אין די היימען אָדער גערטנער פֿון די באַטייליקטע. די גרופּע זינגט לידער אויף ענגליש, העברעיִש, ייִדיש, לאַדינאָ אָדער אַן אַנדער אייראָפּעיִשער שפּראַך.

אָפֿט מאָל ברענגען די באַטייליקטע מיט לידער וואָס זיי האָבן זיך אויסגעלערנט בײַ ייִדישע מוזיק־פֿעסטיוואַלן ווי „ייִדיש ניו־יאָרק“ און „קלעזקאַנאַדע“. אינסטרומענטן ברענגט מען אויך מיט. אַ מאָל באַגלייט מען די לידער מיט טאַמבורינען און מאַראַקאַס; — און אַ מאָל מיט אַ קלאַרנעט אָדער גיטאַר.

צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש, גיט אַ קוועטש דאָ.

To read the news in English, click here.

The post Tidbits: Sammy’s Romanian Steakhouse to re-open • A Jewish song circle in Michigan appeared first on The Forward.