Categories
Audio Sources - Full Text Articles

Tidbits: Israelis’ home-style restaurants • Huge audience at Holocaust education event

photo-noam-preisman.jpg

Tidbits is a weekly feature of easy news briefs in Yiddish that you can listen to or read, or both!

If you read the articles and don’t know a word, just click on it and the translation appears. You’ll also find the link to the article in English after each news brief.

Listen to the report here:

הערט דעם באַריכט אויף אוידיאָ דאָ:

https://forward.com/wp-content/uploads/2023/02/texas.m4a

ישׂראלישע היימישע רעסטאָראַנען • ריזיקער עולם אויף חורבן־הזכּרה אין טעקסאַס

ישׂראלים האָבן ליב צו עסן וואַרעמע מאכלים אויף מיטאָג, צי עס רעדט זיך פֿון אַן איראַקישער קובע־זופּ, שניצל מיט פֿריטלעך („טשיפּס“) אָדער רײַז מיט בעבלעך.

אַזוינע מאכלים סערווירט מען אויך אין די אַזוי־גערופֿענע אַרבעטער־רעסטאָראַנען וואָס געפֿינען זיך אין די אינדוסטריעלע טיילן פֿון ישׂראל. לעצטנס האָט זיך אינעם תּל־אָבֿיבֿער קולינאַרן צענטער געעפֿנט אַן אויסשטעלונג וועגן אַזוינע רעסטאָראַנען וואָס ווײַזט ווי זיי גרייטן צו די מאָלצײַטן. די אויסשטעלונג הייסט „די היים, וואָס איז ווײַט פֿון דער היים“.

אין דער אויסשטעלונג זעט מען ווידעאָס און אַ זאַמלונג טעלער געשאַפֿן פֿון קינסטלער, וואָס ווײַזט די געשיכטע און אַנטוויקלונג פֿון די אַרבעטער־מאָלצײַטן.

„די מאכלים וואָס מע סערווירט אין אַזוינע רעסטאָראַנען רעפּרעזענטירן אַ געוויסן קאָנטראַקט צווישן די קונים און די קוכערס,“ האָט דערקלערט ליורה ראָזען, איינע פֿון די קוראַטאָרן פֿון דער אויסשטעלונג. „דער קונה באַקומט אַ פֿולן, געשמאַקן מאָלצײַט נאָענט צו זײַן אַרבעטפּלאַץ און דאָס דערמעגלעכט אים גיך צוריקצוגיין צו דער אַרבעט.“

To read the news in English, click here.

כּדי צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש גיט אַ קוועטש דאָ.

נישט געקוקט אויף די טאָרנאַדאָס וואָס האָבן באַדראָט טעקסאַס די פֿאַרגאַנגענע וואָך האָבן 50,000 תּלמידים אין היוסטאָן זיך באַטייליקט אין אַ ווירטועלער פּראָגראַם לזכּרון די זעקס מיליאָן ייִדן וואָס זענען אומגעקומען אינעם חורבן. די פֿאָרשטעלונג איז געווען אַ טייל פֿון אַ פּראָגראַם אָפּצומערקן דעם אינטערנאַציאָנאַלן טאָג פֿון חורבן־אָנדענק.

מאָנאַ גאָלאַבעק, אַ ייִדישע פּיאַניסטקע און לעקטאָרין, האָט אויפֿגעטראָטן אינעם זאַל פֿון אַ מיטלשול אין היוסטאָן, בעת די קינדער האָבן זיך צוגעקוקט דורך זום. זי האָט זיי דערציילט געשיכטעס פֿון ייִדן וואס האָבן זיך געראַטעוועט פֿון די נאַציס, און באַגלייט די מעשׂיות מיט מוזיק, וואָס זי האָט אַליין געשפּילט אויף דער פּיאַנע.

צום מערסטן האָט זי גערעדט וועגן איר מאַמען, ליסאַ יוראַ, וואָס איז געווען אַ יונג מיידל אין עסטרײַך ווען ס׳האָט אויסגעבראָכן „קרישטאָלנאַכט“. „אַרויסקוקנדיק פֿונעם פֿענצטער האָט מײַן מאַמע געזען ווי די נאַציס שלאָגן איר טאַטן און ווי מע צווינגט אים צו וואַשן די גאַס,“ האָט גאָלאַבעק געזאָגט. „מײַן באָבע האָט זיך אַזוי געזאָרגט וועגן דעם עמאָציאָנעלן עפֿעקט דערפֿון אויף איר טאָכטער, אַז זי האָט זיך אַוועקגעזעצט בײַ דער פּיאַנע און אָנגעהויבן שפּילן ‘קלער דע לונע’ פֿון דעביוסי, כּדי זי צו באַרויִקן.“

די ייִדישע באַפֿעלקערונג אין טעקסאַס איז אַ קליינע. אינעם שטאַט וווינען כּמעט 30 מיליאָן מענטשן, אָבער בלויז 100,000 זענען ייִדן.

To read the news in English, click here.

כּדי צו לייענען די נײַעס אויף ענגליש גיט אַ קוועטש דאָ.

The post Tidbits: Israelis’ home-style restaurants • Huge audience at Holocaust education event appeared first on The Forward.