Categories
Audio Sources - Full Text Articles

This man knows where to find the Garden of Eden

kahane-seeker.jpg

א פריינד האב איך, נחוניה — א בן שלושים מיט א געלער בארד און לאנגע האר — וואס זוכט עפעס אנדערש. עפעס וואס קיינער זוכט נישט, אדער וואס די מענטשהייט האט זיך שוין מייאש געווען פון זוכן נאך מימי הקדמונים: די אויסער-געזעלשאפטליכקייט, דעם „דארטן“ ביים „ווער ווייסט וואו“, אויף די ברעגעס פון די אנושיות (ציוויליזאציע).

„מיר מוזן זוכן נייע וועגן, נייע מקומות, ווארום די געזעלשאפט איז טיף פארפוילט,“ זאגט מיין פריינד פאר אלע וואס וויל הערן וואס א שטייגער ס׳קאכט זיך אין זיינע געדאנקען.

„מיינט עץ טאקע אז דער אמת׳ער לעבן און גליק ליגט אין די כרכים הגדולים?“ פרעגט ער. „זאל זיך אייך נישט דאכטן! ווי איז בכלל יתכן אז זי זאל זיך געפונען דארט וואו מען ברויך זיך איבערשטארקן איינע דעם אנדערן, מיט כח, געלט און כבוד, וואו מען ברויך בא׳עוולהן יענעם און ווערן בא׳עוולט? וואו מען ברויך הרגענען לעבעדיגע באשעפענישן כדי זיך צו דערנערן? וואו מען לעבט איינגעוויקלט אין שקר, סימבאליזם, טיטלען, הייזער, און קליידונג?“

אזוי דרייט זיך מיין חבר אין די גאסן פון די רוישיגע שטעט — אויסזעענדיק ווי א וואנדערער, א בארד אויף וואס ס׳איז ניכר אז ס׳האט שוין אויסגעוואנדערט א וועלט און פראבירט צו רעדן צו די הערצער פון די לייטן.

און אז מ׳פרעגט אים: „נו, אויב אזוי, וואו זשע געפינט זיך דאס ארט פון גוטן אמת׳ן לעבן?“ קוקט ער ארויס אין דער ווייטער וועלט אריין און זאגט: „איך ווייס, ערגעץ אויפן כדור הארץ פארהוילן פון אונז! מיין הארץ זאגט מיר אז דאס איז א סארט לאנדשאפט וואו דער בן אדם איז ביכולת אויסצולעבן במנוחה אין דער נאקעטער נאטור אן מענטשליכן אריינמישונג, אן ארבעט, אן בגדים, אן דאגות, אן קאנפליקט, און אן דער גאנצער מסך המבדיל, אין פולשטענדיגע הארמאניע — מיט די בלעטער, פרוכט, בהמות, יאטשערקעס, פייגל און אלע נאטורשאפטן!“

און לייטן הערן זיך צו צו אים און קוקן אים אן ווי נישט מיט אלעמען. אבער אז ס׳עמיצער נייגעריג צו וועלעכן ארט ער האט אין זינען וועט ער באלד הערן פון אים איין ווארט:

„דער דזשונגל!“

מיין חבר האט א סך מעשיות געלייענט און געהערט וועגן די פארשטעלטע דזשונגלען און די נאסע ווארימע וועלדער. ער האט זיך אנגעהערט פון רייזנדע וועלעכע זענען דארט שוין געווען, און ער האט זיך אנגעזען מיט בילדער און ווידעאס פונעם דזשונגל, פון אירע ווינדערשאפטן און חן׳וועדיגקייט, און זיין הארץ האט אנגעהויבן פלאטערן מיט בענקשאפט אהין, צו די געדיכטע ברייטע בלעטער, די שפרודלדיגע לאנדשאפט אונטער זיי, וואס איז ווי גאטס שפיל-גרונד אין די בריאה. ער איז געקומען צו דער מסקנה אז „דארטן איז די בראשית פונעם מענטש, און דארטן געהער דער מענטש זיך צו דרייען און אויסלעבן אין ווילדן פארעם אויך אין אונזערע טעג!“

און אז מען זאגט אים: „אין דזשונגל זענען באשעפענישן טורף, זיי פארצוקן, אנדערע חיות לעבעדיגערהייט, און א בן אדם אז ער גייט אהין אומבאוואפנט איז ער נאך יענעם אווענט א מעגליכער נאכטמאל פאר א טיגער אדער אן אנדערער חיות טרף!“

זאגט ער: „אמת, אבער דאס איז דערפאר ווייל מיר האבן פארגעסן וויאזוי צו לעבן בשלום מיט די חיות. פארוואס דען האבן מיר שכל אז נישט זיך טאקע דערלערנען צו לעבן מיט די חיות במנוחה ושלווה?“

אפנים, גלויבט נחוניה אז מען וועט אזוי לאנג חוקר ודורש זיין דעם דזשונגל ביז דער בן אדם וועט זיך דערלערנען אירע סודות וואס איז זינט בראשית פארהוילן געווארן. אזוי ארום וועט מען געפינען ארט אין פולן הארמאניע מיט די ארטיגע באשעפענישן.

און אז ס׳פרעגט עמיצער: „צו מיינסטו אז דער דזשונגל איז אייגענטליך אונזער פארלוירענער גן עדן?“ וועט נחוניה אים ענטפערן מיט אויפלייכטענדיגע אויגן, מיט עטוואס מער חיות אין פארגלייך מיט זיין שטענדיגע פארשלאפענער שטימונג: „דאס איז ביי מיר נישט קיין ספק!“

נחוניה איז א גלויביגער, כאטש וואס קיין תורה ומצוות היט ער נישט. און ער גלויבט אינעם גן עדן פון בראשית, און דאס איז ביי אים אן ספק פארבונדן מיט די דזשונגלישע באדנס, און דעם גן עדן איז וואס מיר מוזן אפיר זיכן.

זוכט ער, נחוניה, אפנים דעם גן עדן אליינס. און וואס פארא גן עדן איז דאס וואס ער האפט צו אנטדעקן אינעם דזשונגל? א ניסים׳דיגער וואס פונקציאנירט בדרך נס, אדער א פיזישער בדרך הטבע? דרינג איך ארויס פון נחוניה׳ס פארנעפלטע פראַזעס אז ביידע — אי א פיזישער, אי א ניסים׳דיגער, נאר אויך דער ניסים׳דיגער דא מיינט, ווייזט אויס, נישט מער ווי א סארט דמיון, א האפענונג, צו רייצן דעם חשק צו זוכן, און אז מען זוכט וועט מען שוין געפינען. אזוי צי אזוי, מוז דער מענטש פריער אין הארצן שלום מאכן מיטן דזשונגל און איר נאקעטע נאטור, און גלויבן באמונה שלימה אז דער דזשונגל און גן עדן גייען האנט אין האנט.

און א בפירוש׳ע ראיה אז דער גן עדן פון בראשית איז פארבונדן מיטן דזשונגל האט ער פונעם ווארט גן עדן גופא, ווייל „עדן“ אין תנ״ך איז דאך דער היפוך פון מדבר, (אזוי ווי עס שטייט אין פסוק: „און גאט וועט איבערקערן איר מדבר צו אן עדן“), מוז דאס בעל כרחו זיין דער געדיכטער דזשונגל! קומט אויב אזוי אויס, אז דער „גן“ אין חומש, וואס איז בְּעֵדֶן „מִקֶּדֶם“ (ד״ה אויף מזרח פונעם עדן) איז א ספעציעלער גארטן וואס געפינט זיך אויף מזרח, אין א ווארימען דזשונגל דארטן אין די דרום׳דיגע לענדער.

און אז לייטן טענה׳ן זיך מיט אים: „מילא, דו ביסט א חסיד פונעם ווארעמען דזשונגל, פון ווילד לעבן, און גלויבסט אז מיטן לערנען די דרכי הדזשונגל וועט מען זיך אריינפאסן אין איר ווי אין מאמעס טראכט, נו זאל שוין זיין, איז מען אויך נישט קיין אפיקורס אז מען גלייבט דאס נישט. נאר אז דו קומסט שוין מיטן באגריף ‘גן עדן’, דאס ענדגילטיגער גליק, מהיכי תיתי צו זאגן אז גן עדן איז א פיזישער לאנדשאפט כפשוטו, אפשר איז עס א רעיון, און מען קען אמת׳ער גן עדן׳שאפט דערגרייכן בלויז דורך א סארט מעדיטאציע, א שטייגער ווי לימוד התורה, התפשטות הגשמיות אד״ג?“

אדער ווי א צווייטער חבר מיינער, מיכל, טענה׳ט: „אפשר איז גן עדן א פרידליכער און אוטאפישער געזעלשאפט?“ מיכל, פונקט ווי נחוניה, פילעוועט זיך אויך אינעם גן עדן, נאר איז איבערצייגט אז דער גן עדן איז נישט א סארט לאנד וואס מאכט מענטשן גוט אן א פארוואס, ווייל אזוינס איז גארנישט דא, נאר ס׳איז א מעטאפארישער און אינספירירנדער מושג פאר א געזעלשאפט וואס די מענטשהייט מוז אויספארמען מיט גרויס חכמה און פארשטאנד.

פארלירט זיך נישט נחוניה, און ענטפערט מיכל׳ען אפ מעסיג אבער דייטליך מיט שארפע דיבורים:

„ווער בעט דאס לייטן זיך אריינצומישן אין גאטס נאטור? ווער ברויך אונזערע געקינסלטע אידעעס? לאז גאטס נאטור טון די ארבעט פאר אונז, און ס׳איז איבעריג אונזער חכמה־עריי! מיר דארפן אנטדעקן אונזער נאטירליכער היימלאנד, דארט וואו די מענטשהייט איז לכתחילה אנטוויקלט געווארן, איבערלאזן די קאלטע לאנדשאפטן און קאמפליצירטע געמיינשאפטן, וואס איז פרעמד צום מין האנושי, וואס עסט אים נאר אויף די יארן און נייט אים צו א געקינצלט לעבן, און צוריקגיין וואו מיר געהערן, און דאס קאן נישט זיין ערגעץ אנדערש נאר אין א פיזישער לאנדשאפט, און דוקא אין דאס ווילד לעבן פונעם הייסן דזשונגל.“

ווייטער זאגט ער: „ווי נאר מיר טרעפן אונזער וועג צוריק צו אונזער נאטירליכער היים ארט, וועט אונז זיין ווי צוריק אין די מוטערס פארטיך,  פלוצלינג נישטא מער קיין אומגלייכגעוויכט, קיין איבערשטרענגען זיך,  און דערפאר אויך נישט קיין הארץ ווייטיק, מער נישט קיין צאפן איינער דעם אנדערנס בלוט, מען דארף מער ניט טשעפענען די חיות, און נישט אפילו קיין פליג, ווייל די הארמאניע דא איז אזוי פערפעקט פארן בן אדם, אז אפילו מיט די אינסעקטן דא קענען מיר נהנה צו זיין פון בראשית׳דיגן נאטור אין פולן געמיינזאמשאפט. פלוצלינג וועלן מיר פארשטיין אז אונזער גאנצער דראנג צו פארמען געקינצלטע געזעלשאפטן און אידעעס, איז ווייל מיר זענען געווען אוועק פון דער היים, און אז אלע אונזערע ווילדע גלוסטענישן זענען געווען פארשטאפטע געשרייען פון בענקשאפֿט צו אונזער נאטירליכע קדמונישער אומגעבונג.

„און אז גאט האט אונז פונעם גן עדן ארויסגעטריבן, ווילסטו אהין צוריקגיין מיט געוואלד?“ פרעגט אים פלוני בן פלוני.

ענטפערט ער: „אמת, גאט האט אונז פון דארטן ארויסגעטריבן, אבער מאן יימר אז עס איז נישט גאטס ווילן אז מיר זאלן דעם גן עדן צוריק אפיר זוכן? האט דען גאט אונז אידן נישט ארויסגעטריבן פון ארץ ישראל און מיר זענען אהין צוריקגעקומען? ס׳איז דער עץ הדעת וואס האט אונז ארויסגעטריבן, דהיינו די געקינצלטע איבערקלוגערישע געדאנקענגאנג און דיסקרימינאציעס, און אז מיר ווערן פון זיי פטור וועלן מיר זיך מיט אונזער נאטירליכער אומגעבונג מימי הקדמונים ווידער קענען פאראייניגן!“

נחוניה איז אן איידעלער און פראבירט נישט אויף קיינעם ארויפצוצווינגען זיינע אנשויאונגען. ער גייט וואו גאט פירט זיינע טריט, און אין הארצן איז ער טיף מתפלל: „גאטעניו, ווייז מיר דעם וועג צו דיין אמת׳ער וועלט וואו אלץ איז גוט און מנוחה, די וועלט וואס דו האסט באשאפן פאר אונזערט וועגן אין די קדמוניות׳דיגע יארן מיט דער באשאף פונעם מענטש, און וואס איז צוליב די זינד פון דער מענטשהייט פון אונז פארהוילן געווארן!“

The post This man knows where to find the Garden of Eden appeared first on The Forward.